בעה"י1, כ"ג סיון עזר"ת2.כ"ג בסיוון תרע"ז (1917). הרב קוק ישב אז בלונדון
בני מחמדיבנו, הרצי"ה, שנשאר בימי המלחמה בשווייץ שליט"א3, ישמחך ד' בכל טוב, כי שמחתנו והשיבות את נפשנו הכמהה בהדעפעשים השניםבשני המברקים אשר הריצות לנו. והננו מקוים לאור דבריך היקרים. והנה ע"ד4 שע"ת5ככל הנראה מוסד "שערי תורה" ביפו לעשות בפרטיות בעדם קשה מאד, כי הקיבוץ הולך בכללות לטובת אה"ק6 וישולח להועד ושמה יחלקו לפ"ע7 לכל יחיד ולמוסדים. ומ"מ8 אקוה להשתדל בל"נ9 שירשמו סכום קצוב בשלוחם לטובת שע"ת ביחוד. ואחשוב שיקבלו את דברי בעה"י.
פה קבענו יום כ' חדש זהכ' בסיון, יום תענית מימי גזירות ת"ח ות"ט העבר ליום התעוררות לתשובה ותו"צ10, וגם תענית לבריאים, ובעה"י11 עשה הענין רושם גדול לטובה ברוחניות ובחמריות. בטח שמעת את דבר הנבלה שעשו פה אחדים מראשי הקהל,ראשי "הוועד המשותף" של יהודי בריטניה פרסמו בעיתון "טיימס" הודעה נגד הציונות, שלפיה היהודים הם עדה דתית בלבד ולא אומה הרחוקים, שהודיעו בדרך רשמי להכחיד את השם האומי של ישראל. וההתעוררות רבתה ע"י12 זה, ומצדי ערכתי מחאה נגדם בשם ועד הרבנים שנתועדו אצלנו וב"ה13 גם זה עשה רושם הגון בכמה ספירות. ובפנות היום כ' דנא דרשתי מענין זה לפני קהל גדול שנאספו בבית הכנסת מחזיקי הדת,קהילת "מחזיקי הדת" בלונדון, שהרב קוק כיהן כרבה והתחזק הרושם לטובה בעה"י. וכל זה הוא ממפלאות תמים דעים לבצר רוח ד' על עמו, לכוננו לאור ישע ופדות, אשר יופיע בחסדו בקרוב מתוך כל המאפליות. נתחזק ונתאמץ לקבל שפעת אור קודש גבורת ישע ימין ד' רוממה, בנעימת עדניה והוד רעם גבורתה המעודד ומחיה.
והנני בזה אביך מצפה אשרך מיחל לתשועת אל חי העולמים ב"ב14 בקרוב,
אברהם יצחק ה"ק
ערקלערונג וועגען דעם נאציאנאלען פערראטה"הצהרה בדבר הבגידה הלאומית" (יידיש); תרגומה העברי מובא בהמשך
פון הרב קוק בשם ועד הרבנים מיר פראטעסטירען גאנץ עפענטליך געגען אלע אידישע נשמה-שניידערס, געגען אלע וועלכע ווילען דאס וונדערליכע גאנצקייט פון אידען און אידענטום אויף שטיקלעך צושפאלטען. נאר פון גאנצע אידישקייט ווייסען מיר! איין ביטערער שפאס איז דער גאנצער ויכוח, אויב אונזער נאציאנאלער אדער רעליגיעזער פערמעגען בעשטעטיגט אונזער אינהאלט. די גאנצהייט פון "אתה אחד ושמך אחד ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ"מתפילת מנחה של שבת, על פי דברי הימים א יז, כא וועט זיך נימאלם שפאלטען אדער טיילען. מיט דעם הייליגען קראפט פון די אידישע גאנצהייט, פראטעסטירען מיר געגען אלע פעררעטער, מוסרים און פוסט-שפרעכער פון אלע מינים. מיט דעם הייליגען קראפט פון די גאנצהייט פון אונזער גאנצער אומה מיט איהר גוף און מיט איהר נשמה, פאדערען מיר אונזערע גאנצע פאדערונגען פון אלע אונזערע ברידערליכע מיטגלידער און פון דער גאנצער ציוויליזירטע מענשהייט.
אונזער גזילה פאדערען מיר אינגאנצען... די הימעלשרייענדע עולה מוז גענצליך פערריכט ווערען... אונזער הייליגע טהייערע, וונדער-פראכטפולע לאנד, אונזער שטאלץ, אויך אונזער מענשען-רעכט און מענשען-ווירדע, ביר-גערליכע און נאציאנאלע רעכטע אין אלע לענדער מוז צוריקגעשאפט ווערען גענצליך - אנע פשרות - אנע חניפות... אינגאנצען גאנץ!... עס איז די צייט געקומען, דאס אלע וואם האבען צושטערט, אדער וואס זייערע עלטערען האבען אנטייל גענומען אין די צושטערונג פון אונזער פאלק און פון אונזער לאנד וועלען מוזען זיך אומקעהרען צוריק פון זייער שרעקליכען וועג, און אלס א פעריכטונג פון זייער געוואלדיגען פעהלער, וועלען זיי מוזען מיט אלע קרעפטען אלע בעקוועמליכקייט אונז געבען אויפצובויען צוריק דעם צושטערטען יעקבן און עס אויפצוריכטען מיט די פולע גלענצענהייט זיין פער-וויסטען וואהנונג.
ביי דער יעצטיגער וונדערליכער צייט, אין וועלכע די עפענטליכע געטליכע האנד בעווייזט זיך אזוי וונדערבאר אין דער וועלטגעשיכטע און אין אונזער פאלקם-געשיכטע, איז צום בעוונדערען אז עס זאלען זיך געפינען מענשען מיט אזוינע פערשטומפטע מוחות און פערשטופטע הערצער, וועלכע זאלען האבען די פרעכהייט אויסצודריקען זיך צו פערקלענערען און צו צוברעקלען די גרויסע אידישע אוריגינעלע גאנצהייט, אין דעם מאמענט ווען איר בעווסטהייט איז אזוי פיל נויטיג צו אונזער גאנצער געשיכטליכע קאריערע. מיר מוזען ערקלערען די גאנצע קריגערישע מענשהייט אירע פליכטען געגען אונז... מיר האבען די מענשהייט פיעלעס געגעבען... מיר האבען אין דעם מענשליכען מאראל איין לעבענסקראפט אריינגעבלאזען... אין דעם עקסטראקט פון די גאנצע ציויליזירטע רעליגיעזיטעט לעבט אונזער גייסטליכער פערמעגען, מיר האבען גערעטעט די געזאמעלטע מענשהייט, אין איין זייט, פון די שקלא-פערישע, פינסטערע געצענדינעריי, און פון דער אנדערער זייט, פון די שוואכע בלוט-לאזיגע טויטע גאטלאזיגקייט. אונזער וונדערבארע ריין-געטליכע געשיכטע איז געווען און וועט פארבלייבען ד ע ר בסיס פון דעם ריינסטען מענשליכען גייסט, וואס די גאנצע מענשליכע איידעלקייט ווערט פון איר ענטוויקעלט...
און די פעלקער האבען אונז ענטגעגען געצאהלט זעהר העפליך, מיט בערויבען אונזער לאנד און אונז פון איר פארטרייבען, מיט פערברענען און צושטערען אינזערע וונדערבארע הייליגטימליכקייטען, מיט שחיטות, מיט אכזריות, מיט שמאלענען און ברענען אויף די פלאמען פון די "אויטא-דע-פעס",אוטו-דה-פה: שריפת יהודים בידי האינקוויזיציה מיט געלע לאטעם,בטלאי הצהוב מיט נאכשרייען "העפ-העפ" אין די גאסען,קריאות "הפ-הפ" – פרעות ביהודי גרמניה בשנת 1819 מיט שלאגען טשוועקעס אין אונזערע מוחות און מיט זייער נאך פיל מעשים טובים, אין די פארם אומגעפער, און מיט אלע פאלשע און אונמענשליכע בלבולים און אינ-טריגעס, אין דער זעלבער צייט וואס זיי דערקוויקען אלע זייערע גייסטער פון אונזער לעבעדיגען, הייליגען, לעבענס-קוואל, און געניסען מיטען פולען מויל פון אונזערע גלענצענדע טעטיגקייטען.
און יעצט אז מען האלט שוין אין פלוג ביי דער ענדע, אז די שרעקליכע פעלקער-אונגערעכטיגקייט האט רואינירט אלעס גוטעס, און אלעס פרידליכעס, אין דער צייט וואס די ערד ציטערט און וואקעלט זיך דורך איהרע שווערע זינד, אין דער צייט וואס פעלקער-אידעען און מלכים-טראנען צושמעטערען זיך... אין דער צייט, ווען די מענשהייט האפט געהאלפען צו ווערען איין ישועת עולם דורך דעם בלוט פון דער יעצטיגער פירכטליכער מלחמה, אין דער צייט וואס די גרויזאמע מענשליכע שמערצען, האבען ערוועקט איין הייליגען פונק אין די הערצער, און עס טרוימט זיך אז דער צוקונפט נאך דער מלחמה וועט אין-אלגעמיין ברענגען א נייעם און א פיל שענערען לעבען ווי עס איז פ-יהער געווען; א לעבען פון ערליכקייט און גערעכטיגקייט, וואם ער וועט אין זיין מוסטערהאפטען אופן זיין ווערטה די אלע טייכען בלוט וואס עס איז צוליב אים פערגאסען געווארען.
איז דען ניט אין דער גרויזמאער און וונדער-הייליגער צייט פרוכטבאר גרויס אונזער חיוב מודיע צוזיין גאנצע מענשהייט, איבערהויפט די ציוויליזירטע קריגערישע פעלקער, אז אויב די עולה פון די עולות זאל פערבלייבען אויף זייער קארג, ווען זיי זאלען זיך ניט אבוואשען פון די רציחה, פון די גזילה וואס זיי האבען פערפירט, געגען אונז, מאכען זיי זיך אומגליקליך נאך מער ווי זיי שאפען אונז אומגליקען.
זיי שטעלען אריין אין קאן די גאנצע וועלט-אויסבעסערונגען, וועלכע עס ווערט געהאפט פון דער יעצטיגער פעלקער-מארד, און זיי מאכען דערמיט די גאנצע בלוט-פערגיסונג פאר איין פרוכטלאזע מערדעריי. דער הימעל-געשריי פון אונזער בערויבונג מוז אלעס איגנארירען און אין זייער לעבען ארויסרופען פון זיך זעלבסט די ערגסטע רעוועלירונגען.
אבער אין געגענטייל, ווען דער רעזולטאט פון דער מלחמה וועט ברענגען צוזאמען מיט אלע רעכטס-פערבעסערונגען אויך אונזער צוריקשטלונג, ווען די פעלקער וועלען דעם שרעקליכען פערברעכען פערריכטען, און אונז העלפען איינארדענען זיך מיט אונזער פולען לעבען און אונז אבגעבען אונזער לאנד, אונז לאזען און העלפען אונז שאפען אונזער מלוכה, לאזען אונז רוהיג בענייען און אויפבליהען אונזער אור-אלטען, רוהיגען, העלדישען, פרידליכען' מאטעריאלען און גייסטיגען, הייליגען און פראפאנען לעבען, דאן וועט די וועלט-שאנדע ארונ-טערגעהן פון מענשליכע געזעלשאפט, און וועט אין דער וועלט-דיפלאמאטיע געהערט ווערען מיט-זינגענדיק מיט זיינע זיסע הימעלשע טענער דער "קול קול יעקב",על פי בראשית כז, כב מיט זיין אמת מיט זיין יושר וואם שטראמט ארויס פון די הייליגסטע קוועלען. דאן וועט ערשט די וועלט צוזאמען מיט אונז דערקענען וואס דאס איז א ערליכער פעלקער לעבען, - דאן וועט ערשט די פולע צופרידענהייט אויפ'ן מענשען קומען, אלס די פרוכט פון די צרות פון דיזען פירכטעליכען קריג.
מיר פון אונזער זייט קענען 'מקבל זיין דעם צוקונפטיגען גליק נור מיט אונזער גאנצקייט; מיט דער גאנצקייט פון אונזער אריגינעלער נשמה, וועלכע לאזט זיך ניט אויף קיין שום אופן צוטיילען אויף אזעלכע שטיקלעך ווי נאציאנאליטעט און רעליגעזיטעט. ערהאבענער פון די שפליטערען, איז די גרויסע שטארקייט פון דעם אלטען אייביגען, פעלזען-שטארקען ישראל סבא.ישראל הזקן – כנסת ישראל
ניט נור א פאררעטונג פון אידען איז די שמאל-הערציקייט פון די וואס ווילען צושפאלטען די גאנצקייט פון אונזער גלענצענדען לעבענסקראפט אויף שטיקלעך און אברייסען פון אים א חלק אהין אדער אהער, נור עס איז א פעררעטונג פון דער גאנצער מענשהייט, מיט די גרויסע האפנונג, אז אונזער הייליגע גערעכטיג-קייט וועט גוט פערשטאנען ווערען פון אלע פרעמדע און אייגינע מענשען, און די נארישע חלומות פון שפאלטען אונזערע כוחות וועלען אין גאנצען פערשוונדען ווערען און א קראפט פון גאנצקייט וועט אנפאנגען מיטען פולען מוט אונז צושטארקען, און מיר אלע צוזאמען, אלע נדחי ישראל מיטען פולען זין וועלען מיר טעטיג און קרעפטיג פאדערען אונזער גאנצע פאדערונג, און אונזער שטימע וועט געהערט ווערען אין אלע קרייזען צו דעם כבוד און גליק פון אלע פעלקער, און צו אונזער ערהאבעהייט און גליקליכקייט, און צו די גיכסטע אויפבויאונג פון אונזער הייליגע לאנד, אונזער פאלק, און אונזער ערהאבענעם הייליגען גייסט.
מיר בעטען די פרעזידענטען און גבאים מיטצוהעלפען דאס די ערקלערונג זאל פארגעלעזען ווערען פאר דעם עולם ש"ק15 בהעל, ותך נאך קריאת התורה אין די שולען.
תרגום
גילוי דעת ע"ד הבגידה הלאומית מיתים אנחנו גלוי נגד כל קורעי הנשמה היהודית, נגד כל הרוצים לפורר את השלמות הנפלאה של היהודים והיהדות. רק יהדות שלמה אנחנו יודעים! לעג מר הוא כל הויכוח הזה אם קניננו הלאומי או הדתי הוא המקיים את תוכן חיינו. השלמות של "אתה אחד ושמך אחד ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ" לא תיפרד ולא תיחלק לעולם.
בכוח הקדוש של שלמות היהדות אנחנו מוחים נגד כל הבוגדים, המוסרים ודוברי ריק מכל המינים. בכוח הקדוש של שלמות כל אומתנו, בגופה ובנשמתה, תובעים אנחנו את תביעותינו השלמות מאת כל חברינו אחינו ומאת כל האנושיות התרבותית.
את גזלתנו אנחנו תובעים בשלמות. העולה, הצועקת שמים, מוכרחת להתקן כלה. ארצנו הקדושה, היקרה, מלאת ההדר והפלאות, גאותנו, זכות-אדם וערך-אדם שלנו, זכויותינו האזרחיות והלאומיות בכל הארצות, מוכרחות להחזר אלינו לגמרי, בלא פשרות בלא חניפות, - לגמרי בשלמות!
באה העת, שכל אלה שהרסו או שאבותיהם השתתפו בהריסת עמנו וארצנו יהיו מוכרחים לשוב מדרכם האיומה, ובתור תיקון למעוותם הנורא יהיו מוכרחים לתת לנו, בכל האפשרויות, את כל הנוחיות כדי לשוב ולבנות את בית יעקב הנהרס ולכונן במלוא ההדר את נוהו השומם.
ומה תמוה הוא, שבעת הנפלאה הזאת, שיד ד' מתראית בה באופן כל כך נפלא בדברי ימי העולם ובדברי ימי עמנו, ימצאו אנשים בעלי מוחות מטומטמים ולבבות ערלים כאלה, שתהיה להם החוצפה להביע דברים בכדי להקטין ולפרר את השלמות היהודית הגדולה המקורית, - בשעה שידיעתה כל כך נחוצה לכל מעמדנו ההסטורי.
אנחנו מחויבים ומוכרחים לבאר לכל האנושיות הלוחמת את חובותיה אלינו. אנחנו נתנו הרבה לאנושיות, הפחנו במוסר האנושי כח חיים, בתמציתה של כל הדתיות התרבותית חי רכושנו הרוחני, אנחנו הצלנו ומצילים את כל האנושיות, מצד אחד מהאליליות החשוכה העבדותית, ומצד אחר משכחת-אלהים החלשה, חסרת-הדם המתה. דברי ימינו הנפלאים, האלהיים לגמרי, הנם ויהיו תמיד הבסיס של הרוח האנושי היותר טהור שכל העדינות האנושית מתוכם היא מתפתחת. והעמים השיבו לנו כגמולנו יפה מאד: בגזול את אדמתנו, בגרש אותנו ממנה ובשריפת מקדשינו והריסתם, בשחיטות באכזריות, בחרוך להבות האוטו-דה-פה, בטלאים הצהובים, בקריאות "הפ, הפ" ברחובות, בהכאות מסמרות במוחותינו ועוד הרבה מאד מעשים טובים כאלה, ובכל מיני עלילות שוא ותואנות לא אנושיות, - באותה שעה שהם משיבים את כל רוחותיהם ממעין החיים החי הקדוש שלנו ונהנים במלוא הפה מפעולותינו הנהדרות.
ועתה, כאשר כבר עומדים כנראה בסוף המלחמה, כאשר רשעת העמים הנוראה החריבה כל טוב וכל שלום, בעת שהאדמה מזדעזעת ומתנודדת בחטאיה הכבדים, בעת שרעיונות עמים וכסאות מלכים מתפוצצים, בעת שהאנושיות מקוה להושע ישועת עולמים בדם המלחמה האיומה הזאת, בעת שהמכאובים האכזרים של האנושיות האירו ניצוץ קדוש בלבבות, והנן כחולמים שהעתיד של אחרי המלחמה יביא בכלל חיים חדשים הרבה יותר יפים מאשר היו מקודם, חיים של יושר וצדק, אשר במופתיותם יהיו שוים את כל נהרי הדם שנשפכו למענם, - האם אין עלינו, בשעה הנוראה הנפלאה והקדושה הזאת, חובה גדולה ונוראה להודיע לכל האנושיות, ביחוד לעמים התרבותיים הלוחמים, כי אם עולת העולות תשאר על קדקדם, אם לא יתרחצו מהרצח ומהגזל שעוללו לנו, הם עושים את עצמם אומללים עוד יותר ממה שהם ממיטים אסונות עלינו.
כי הם מעמידים אז בסכנה את כל תיקון העולם, המקווה מרציחת העמים הנוכחית, והם עושים בזה את כל שפיכות הדמים הזאת לרצחנות גסה חסרת כל תוצאות. צעקת חמסינו העולה השמימה מוכרחה לבטל את כל השאיפות האנושיות וממילא לחולל בחייהם את המהפכות היותר רעות.
אבל לעומת זה כאשר תוצאות המלחמה יביאו, יחד עם כל תיקוני הצדק, גם את שובנו והתכוננותנו אנו, כאשר העמים יתקנו את הפשע הנורא ויסייעו לנו להסתדר במלא חיינו וישיבו לנו את ארצנו ויתנו ויסייעו לנו לכונן את מלכותנו, יתנו לנו לחדש ולהפריח בשלוה את חיינו העתיקים, המקוריים, השלוים, חיי הקודש והחול, חיי הרוח והחומר, חיי הגבורה והשלום, אז תסור חרפת העולם מהחברה האנושית. וכאשר במקהלת המדיניות העולמית ישמע "קולו של יעקב" בצליליו הנעימים השמימיים, באמיתו וביושרו הנובעים מהמקורות היותר קדושים, אך אז יכיר העולם, יחד אתנו, מהותם של חיי עמים ישרים, אך אז תבוא לאדם שביעת הרצון הגמורה בתור פרי צרותיה של המלחמה הנוראה הזאת.
מצדנו הננו יכולים לקבל את האושר העתיד רק בשלמותנו; בשלמותה של נשמתנו המקורית, שאינה ניתנת בשום אופן להחלק לנתחים כמו "לאומיות" ו"דתיות". נעלה מכל החלקים האלה הוא העוז האלהי הגדול של ישראל סבא, העתיק, הנצחי, החזק כחלמיש-צור.
צרות-הלב של אלה הרוצים לפורר לחלקים את שלמותו של כח חיינו המזהיר ולנתק ממנו חלק הנה וחלק הנה, - בגידה היא לא רק ליהודים כי אם לכל האנושיות. אמנם תקותנו גדולה, כי צדקתנו הקדושה תוכר היטב מכל אדם, בני-ברית ושאינם בני-ברית, וחלומות-ההבל של הפרדת כוחותינו יחלפו כליל וכח של שלמות יחל לעודדנו במלוא האומץ, וכולנו יחד, כל נדחי ישראל במלוא המובן, נתבע בפועל ובעוז את תביעתנו השלמה וקולנו ישמע בכל החוגים, לכבודם ולאשרם של כל העמים ולעילוינו ולאושרנו ולבנייתם המהירה של ארצנו הקדושה, עמנו ורוחנו הקדוש הנשא, העומד להיות לאור גויים ולישועת אפסי ארץ. אנו מבקשים מאת ראשי הקהלות והגבאים לסיע שגילוי הדעת הזה יקרא בקהל בבתי הכנסיות בש"ק16 פ' בהעלותך אחרי קריאת התורה.
- בעה"י – בעזרת השם יתברך ↩
- עזר"ת – השנה תרע"ז (1916/1917) – כתובה במילה "עזרת" ↩
- שליט"א – שיחיה לאורך ימים טובים אמן ↩
- ע"ד – על דבר ↩
- שע"ת – שערי תורה (שם מוסד חינוך ביפו) ↩
- אה"ק – ארץ הקודש ↩
- לפ"ע – לפי ערך ↩
- ומ"מ – ומכל מקום ↩
- בל"נ – בלי נדר ↩
- ותו"צ – ותפילה וצדקה ↩
- ובעה"י – ובעזרת השם יתברך ↩
- ע"י – על ידי ↩
- וב"ה – וברוך השם ↩
- ב"ב – בני ביתו ↩
- ש"ק – שבת קודש ↩
- בש"ק – בשבת קודש ↩