ב"ה1, עיה"ק2 יפו ת"ו3, כ"ח כסלו, תר"עין.
להיקר מו"ה4 זא"ב5 נ"י6, שלו'7 וברכה.
איך האב ערהאלטען אייער בריף, און פיעל פערדרוס גענומען פון אייער עצטיגען מצב אין געזונדהייט. נור איך האפפע, אז עס וועט בעזרת השי"ת8 ניט לאנג געדויערין, און איר וועט בעסער ווערען, און בקרוב אין גאנצען געזונד זיין, מיט זיינער הילפע.
אף אייער פרוי זאלט איהר גארנישט טראכטען. דעם פויער דארפט איהר מרחיק זיין פון הויז וויא פיל איר וועט קענען, נור אהנע אומרוהיקייט.
למען השם צו לערנען יעדען טאג איין בלאט פון וועלכען ההייגען ספר איר קענט, אזוי ווי "מנורת המאור", "שבט מוסר", "קב הישר'""נופת-צופים" און דאס-גלייכען, נור הייליגע ספרים.
צו אלויה, זאלט איהר בשום אופן ניט גייען, ביז וואנען איר וועט שוין פילען ביי זיך, אז איהר זייט אין גאנצען געזונד.
שרייבט מיר דעם נאמען פון אייער מוטער.
פירכטעט זיך גאר ניט, השם יתברך וועט אייך העלפען. נעמש זיך אין רעיון, אהן אנדר, אז ווען השם יתברך וועט אייך העלפין און אייער מצב הפרנסה וועט פארזיכערט זיין, באופן אז איהר זאלט קענען אין ארץ-ישראל לעבען, וועט איר דאן אין ארץ הקדושה קומען. דאס וועט אייך שטארקען, אייער מוט און אייער אידישקייט.
זייט געזונד, רוהיג און מונטער, כברכת אוהבכם
אברהם יצחק ה"ק
החמשה רו"כ9 קבלתי,חמשת הרובלים ששלח, כנראה לצדקה ותחשב לצדקה גדולה ולרפואה שלמה בעה"י10. הנ"ל11
תרגוםהמכתב נכתב ביידיש, וזה תרגומו
קבלתי מכתבו, ולקחתי רב צער ממצבו כעת בבריאות. אך אקוה, שלא יעבור הרבה זמן ובעזרת השי"ת יוטב לו ויבריא לגמרי בעזרתו.
את אשתו לא יחשוד כלום. את הנכרי צריך כב' להרחיק מהבית, כמה שיוכל, אך בלא התרגזות.
למען-השם ללמוד בכל יום דף אחד מאיזה ספר קדוש שיוכל, כגון "מנורת המאור", "שבט מוסר", "קב הישר", "נופת צופים" וכדומה, רק ספרים קדושים.
ללויה אל ילך בשום אופן,ללוויה של מת אל ילך בשום אופן עד אשר כבר ירגיש בעצמו שהוא בריא לגמרי.
יכתוב לי את שם אמו.כדי להתפלל עליו, שמתפללים על חולה בשמו ובשם אמו
אל יירא כלל,' השם-יתברך יעזרהו. יקבל על עצמו ברעיון, בלא נדר,יחליט בלבו, בלי לנדור שכשיעזרהו השם יתברך, ומצב פרנסתו יובטח, באופן שיוכל לחיות בארץ-ישראל, אז יבא לארץ הקדושה. זה יחזק אותו, את אמץ-רוחו ואת יהדותו.
יהי בריא, בשלווה ועודדות.